Tuesday, November 3, 2026Tue, Nov 3Updated 4:37 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

פרעזידענט טראמפ אפעלירט מיט היסטארישע ביטע צו די אידישע געמיינדע אין מאנסי ארויסצוקומען וועלן פאר מייק לאולער

פרעזידענט טראמפ אפעלירט מיט היסטארישע ביטע צו די אידישע געמיינדע אין מאנסי ארויסצוקומען וועלן פאר מייק לאולער

אין א היסטארישע ווענדפונקט האט דער הויכגעשעצטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאנאלד טראמפ, ארויסגעשיקט א מעסעדזש יעצט דינסטאג נאכמיטאג, וואו ער אדרעסירט דירעקט די אידישע געמיינדע אין מאנסי, אפעלירנדיג פאר לאקאלע איינוואוינער צו ארויסקומען שטימען פאר קאנגרעסמאן מייק לאולער, און פאר סטעיט סענעטאר ביל וועבער.

דער פרעזידענט שרייבט אז די אידישע געמיינע אין מאנסי ניו יארק, און אין די ארומיגע געגנטער אין ראקלענד קאונטי, זענען ארויסגעקומען מיט גאר שטארקע ציפערן אין יאר 2024, צו שטיצן דעם פרעזידענט ביי זיין קאמפיין, און אצינד איז נאכאמאל די צייט ארויסצואווייזן שטיצע און ארויסקומען שטימען מיט שטארקע ציפערן פאר קאנגרעסמאן מייק לאולער.

דער פרעזידענט שרייבט ווייטער אז לאולער איז א שטארקע אידן פריינט און איז גאר שטארק איבערגעגעבן פאר די אידישע געמיינדע, גייענדיג ארויס פון זיין וועג פאר אידנס וועגן, און ער שטייט שטענדיג צו הילף מיט וואס אימער, מיט רעליגיעזע פרייהייט און סקול טשויס.

דערביי אפעלירט דער פרעזידענט אז מען זאל ארויסקומען שטימען פאר לאולער, און פאר דער לאקאלער סטעיט סענטאר ביל וועבער, וואס וועלן ווייטער שטיין צו די רעכטע האנט און קעמפן פאר אייך און אייערע פאמיליעס. ווען יעדע שטימע מאכט אויס זאל מען זיכער מאכן אז די שטימע ווערט געהערט.

Are you sure you want to proceed with the purchase?

שרייבט אייך איין צו באקומען אונזערע טעגליכע אימעילס

Share this story