Tuesday, November 3, 2026Tue, Nov 3Updated 7:44 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

איראן האט היינט געעפענט א דריטע מיליטערישע טרענירונג צענטער אין די הויפטשטאט טעהראן צו טרענירן א מיליאן פּאַראַ-מיליטערישע וואלאנטירן

איראן האט היינט געעפענט א דריטע מיליטערישע טרענירונג צענטער אין די הויפטשטאט טעהראן, און דערביי געמאלדן פלענער צו טרענירן א מיליאן פּאַראַ-מיליטערישע וואלאנטירן.

די צערעמאניע צום עפענונג פון די נייע טרענירונג צענטער איז פארגעקומען מיט באטיילונג דורך פארשטייער פון די באסידזש מיליצע, א פארא-מיליטערישע קראפט אפיליאירט מיט די רעוואלוציאנערע גווארדיע.

איראן פירט אן א מאסיווע קאמפיין אריין צו ברענגן מאסן מענטשען אין פארא-מיליטערישע איינהייטן, וואו זיי גייען דורך מיליטערישע איבונגן און טרענירונגן פאר אמערדזשענסי און לאגיסטישע הילף.

Filed underNews
Share this story