וועסטשעסטער קאונטי עקזעקאטיוו: די קאונטי באורד אוו עלעקשאנס האט דערווייל נישט קיין שום פלאן צו בעטן א פארלענגערונג צו קענען שטימען
וועסטשעסטער קאונטי עקזעקאטיוו קען דזשענקינס האט געמאלדן, אז די קאונטי באורד אוו עלעקשאנס האט דערווייל נישט קיין שום פלאן צו בעטן א פארלענגערונג צו קענען שטימען.
דזשענקינס זאגט אז א צאל מענטשען האבן אויפגעברענגט אזא געדאנק, אבער דערווייל זעט ער נישט קיין נויט דערפאר, טראץ דעם וואס די סקענערס ארבייטן נישט.
ער זאגט אז מענטשען קענען ווייטער געהעריג אפגעבן זייער שטימע אויף א בעלאט וואס ווערט אוועק געלייגט און וועט שפעטער געציילט ווערן.
ער זאגט אז איינמאל די פראבלעם ווערט געשליכטעט, ועוט ער צוזאמזעצן אן אומפארטייאישע גרופע דורכצופירן א גרונטליכע אויספארשונג צו דערגיין וואס עס האט פאסירט.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



