פרעזידענט טראמפ האט היינט ווידעראמאל קלארגעשטעלט זיין גרייטקייט אינטערצונעמען אטאקעס אויף איראן
טראמפ האט היינט ווידעראמאל קלארגעשטעלט זיין גרייטקייט אינטערצונעמען אטאקעס אויף איראן, זאגענדיג, אז ער זיכט נישט אומצוברענגן אסאך מענטשען, אבער אויב ער וועט נישט האבן אן אויסוואל וועט ער עס דארפן טון.
טראמפ'ס ווערטער קומען א טאג נאכדעם וואס אמעריקא האט דורכגעפירט אטאקעס איף איראן'ס קעשעם אינזל, אטאקעס וועלכע האבן לויט באריכטן געצילט אויף ערד-צו-לופט מיסעלס וועלכע זענען גענוצט געווארן אקעגן אמעריקאנער אינטערעסן.
רעגירונג קוועלער זאגן אז די אטאקעס זענען געווען באגרעניצט און טוען נישט אנדייטן אויף א באנייאונג פון די מלחמה.
אזוי אויך זאגן זיי, אז ווי זאכן שטייען דערווייל זענען אמעריקא מיט איראן ווייטער גאר שטארק צוטיילט, און זענען זייער ווייט פון גרייכן אן אפמאך.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



