Monday, November 2, 2026Mon, Nov 2Updated 8:46 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

איראנער אויסערן מיניסטער אראכטשי ערקלערט אז מודזשטאבא כומעיני איז אין פולע קאנטראל פון רעזשים

דער איראנער אויסערן מיניסטער אבאס אראכטשי האט געזאגט אז דער גייסטישער פירער מודזשטאבא כומעיני איז ווייטער פולקאם אין קאנטראל פונעם לאנד.

אראכטשי האט געזאגט אז טראץ וואס כומעיני ווערט נישט געזען אין פובליק, איז ער ווייטער אין קאנטראל פון אלע טיילן פון די רעגירונג, און אז זיין אנוועזנהייט אין פובליק ווערט געצוימט פאר וויכטיגע זיכערהייט סיבות.

דער אויסערן מיניסטער האט צוגעלייגט א ווארענונג פאר איראן'ס פיינט אז זיי זאלן נישט טעסטן איראן מיטן פרובירן צו צילן מודזשטאבא כומעיני'ס לעבן, און ער האט אויך געזאגט אז אלע רעזשים פיגורן דארפן זיך היטן פון אטענטאטן און זיין פארזיכטיג.

Filed underNews
Share this story