קאסטומערס פון געהעקטע קריפטא קאמפאני "ביינענס" ארויסגעצויגן ביליאנען דאלארן פון אקאונטס
קאסטומערס האבן היינט ארויסגעצויגן מער ווי דריי אהאלב ביליאן דאלער אין זייערע קריפטא פארמעגנס פון די "ביינענס" קאמפאני, נאך וואס די קאמפאני איז געהעקט און בארויבט געווארן.
"ביינענס" האט געמאלדן פאריגע וואך אז העקערס האבן גע'גנב'עט העכער 6 ביליאן דאלער אין קריפטא געלטער אין א מאסיווע סייבער אטאקע וואס פעדעראלע באאמטע האבן געזאגט אז צפון קרארעא העקערס זענען געשטאנען אונטער דעם.
די העקעריי האט דערשראקן ביינענס קאסטומערס וואס האבן אנגעהויבן ארויסציען געלטער פון די קאמפאני, אבער ביינענס זאגט אז זייער צושטאנד האט זיך סטאביליזירט.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



