Monday, November 2, 2026Mon, Nov 2Updated 8:06 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

קאנגרעס קאמיטע אויספארשונג באשולדיגט אמעריקע'ס נאציאנאלע פסיכאלאגן אסאסיעשאן אין סיסטעמאטישע אנטיסעמיטיזם

א קאָנגרעס אויספאָרשונג האָט באַשולדיגט די "אַמעריקען פּסיכאָלאָגישע אַסאָסיעשאָן" אין סיסטעמאַטישע אַנטיסעמיטיזם דורכ'ן איגנאָרירן נאָכאַנאַנדע קאָמפּלעינטס פון אידישע פסיכאלאגן.

די קאָנגרעס עדזשוקעישאן און ווארקפארס קאָמיטע האָט איבערגעקוקט טויזנטער אינערליכע רעקאָרדס און דאָקומענטן פון די אַסאָסיעשאָן, און עס צייגט אַז די אַסאָסיעשאָן האָט אַקאָמאַדירט אַנטיסעמיטישע אַקטיוויסטן און האָט אַוועקגעמאַכט די כאַמאַס אָקטאָבער 7 אַטאַקעס.

די קאָמיטע זאָגט אַז עס שטעלט זיך אַרויס אַז אידישע פסיכאלאגן וואָס זענען אָנגעשלאָסן אין די אַסאָסיעשאָן, זענען געוואָרן נאָכאַנאַנד געצילט און סעקירט.

Filed underNews
Share this story