Monday, November 2, 2026Mon, Nov 2Updated 8:05 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

אוקריינע און רוסלאנד באריכטן קעגנזייטיגע סייבער אטאקעס אין טאג פון עקספייערטע פייער אפשטעל

אוקריינע און רוסלאנד האבן ביידע באריכטעט סייבער אטאקעס וואס האבן געצילט עמורדזשענסי ווארענונג סיסטעמס וואס זענען דעזיינט צו ווארענען ציווילע איבער אריינקומענדיגע מיסילס און דראונס.

די סייבער אטאקעס האבן פאסירט אינעם זעלבן טאג היינט ווען עס איז אפגעלאפן די פייער אפשטעל וואס איז געווען אין אפעקט פאר א וואך צייט אין די באמבארדירטע און חרוב'ע שטאט אלעשקי וואס איז אונטער רוסישע אקופאציע.

די אוקריינישע רעגירונג האט געזאגט אז זיי זענען געווען גרייט צו פארלענגערן דעם פייער אפשטעל, אבער די רוסישע רעגירונג האט זיך אנטזאגט דערפון.

Filed underNews
Share this story