קאנאדישע רעגירונג אויטאריטעטן ווארענען איבער גאר ערנסטע באלדיגע טעראר געפאר קעגן ארטיגע אידישע געמיינדע
קאַנאַדישע שפּיאָנאַזש און פעדעראַלע פּאָליציי אויטאָריטעטן האָבן אַרויסגעשטעלט א וואָרענונג אַז די אידישע געמיינדע אין לאַנד שטייט אויס גאָר ערנסטע זיכערהייט סטראַשונקעס און א באַלדיגע געפאַר.
באַאַמטע האָבן אויפגעדעקט אַז אין די לעצטע דריי יאָר אַליינס האָבן זיי צעשטערט פינף מאַסיווע טעראָריסטישע אַטאַקע פּלענער קעגן אידן, אַריינגערעכנט אין אָטאַוואַ, טאָראָנטאָ און קוויבעק.
די טעראָר געפאַר וואָס עקזיסטירט יעצט קעגן די אידישע געמיינדע אין קאַנאַדע קומט סיי פון ווייסע עקסטרעמיסטן, סיי פון איסלאַמישע עקסטרעמיסטן און אויך פון איראַנער פאַרבינדעטע טעראָר נעטוואָרקס.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



