Friday, November 6, 2026Fri, Nov 6Updated 3:08 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

איראנער שיפן געזען געווארן פארדעכטיגטערהייט העכער אונטערוואסער קאמיוניקאציע דראנטן ברענגענדיג זארג וועגן סאבאטאזש

פיר איראַנער פאַרבינדעטע שיפן זענען אויפגעכאַפּט געוואָרן ביים מאַכן פאַרדעכטיגטע באַוועגונגען אין די וואַסערן העכער גאָר קריטישע אונטערוואַסער קאָמוניקאַציע דראָנטן אינעם גאָלף אָוו אַמאַן ים.

לויט באַריכטן זענען דריי אויל טאַנקערס און איין פישעריי שיף וואָס באַלאַנגען פאַר איראַן און זענען אונטער אַמעריקאַנער סאַנקציעס, געזען געוואָרן פאַרשטאַטערן זייער ספּיד העכער די דראָנטן, און זיי האָבן פאַרלאָשן זייערע טרעקינג סיסטעמס.

דאָס ברענגט א זאָרג אַז איראַן גרייט זיך דורכצופירן אַטאַקעס אָפּצושניידן אָדער שעדיגן די קריטיש וויכטיגע דראָנטן, נאָכדעם וואָס זיי האָבן פאָריגן חודש געסטראַשעט דערוועגן.

Filed underNews
Share this story