Friday, November 6, 2026Fri, Nov 6Updated 3:08 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

א הויעך ראנגיקע איראנער באאמטער האט געלאזט וויסן אז די לאנד איז נישט צופרידן פון אמעריקא'ס ביז יעצטיגע רעאקציע צו אירע אנבאטן

אלע באגארי, וועלכע דינט אלץ דעפיוטי הויפט פון איראן'ס הויפט זיכערהייט קערפערשאפט, זאגט, אז איראן איז מער נישט צופרידן בלויז פון פאפירענע פארשפרעכונגן, נאר דארף זען פאקטישע שריט בעפאר מען קען צוריק באנייען די געשפרעכן אויף א פארמאלע פארנעם.

זיינע ווערטער קומען אין צייט וואס מען הערט פון איראנער באאמטע, אז איראן האט צוגעשיקט א פרישע נוקלעארע פארשלאג פאר אמעריקא, אבער טעהראן איז גרייט עס צו דיסקוסירן בלויז נאכדעם וואס וואשינגטאן קומט נאך א ליסטע פון 7 פארלאנגן.

Filed underNews
Share this story