טראמפ באנייט פארלאנגט אז סענאט זאל דורכפירן געזעץ צו מאכן זומער זייגער פערמאנענט רונדע דעם יאר
פרעזידענט טראמפ האט באנייט זיין פארלאנג אז מען זאל טוישן דעם זייגער צו די זומער זייגער אגאנץ יאר, זאגנדיג אז ער פארשטייט נישט פארוואס די סענאט האט נאכנישט באשטעטיגט די געזעץ.
אויף סאושעל מידיא האט טראמפ זיך באקלאגט אז אין די לעצטערע טעג זייט מ'האט גערוקט די זייגער צום ווינטער זייגער, ווערט שוין טונקל פינף אזייגער נאכמיטאג, און דאס איז נישט א גוטע זאך פאר'ן לאנד.
טראמפ'ס מעסעדזש קומט אין א צייט וואס אין קאנגרעס איז דער ביל צו מאכן די זומער זייגער אגאנץ יאר שוין אריבער, אבער עס ווערט בלאקירט אינעם סענאט דורך סענאטאר טאם קאטאן.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24


