Thursday, November 5, 2026Thu, Nov 5Updated 1:04 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

נאציאנאלע קריטיש-וויכטיגע פריזער בלוט-בענק אין פראנקרייך געצילט געווארן דורך העקערס

העקערס האבן געצילט דריי גרויסע בלוט-בענק אין פראנקרייך, מיטן ציל צו הייבן די טעמפעראטור פון די פריזערס און דערמיט שעדיגן און מאכן אומנוצבאר די בלוט וואס ליגט דערין פאר וויכטיגע צוועקן.

פראנקרייך'ס נאציאנאלע בלוט סערוויס האט געזאגט אז מאניטארינג סיסטעמס האבן אויפגעכאפט די העקעריי אטאקע בעפאר סיי וועלכע בלוט פראדוקטן אדער בלוט סעמפלס זענען געווארן געשעדיגט.

די העקעריי פרואוו קומט נאכדעם וואס עטליכע וואכן צוריק האבן העקערס באוויזן אריינצוהעקן אין אייראפעאישע סופערמארקעטס און שעדיגן פילצאליגע פראדוקטן אין פרידזשידערס און פריזערס.

Filed underNews
Share this story