מדינת ישראל באאמטע ווארענען אז איראן גרייט זיך דורכצופירן כעמישע וואפנס אטאקע אין נאנטע צוקונפט
מדינת ישראל שפיאנאזש אגענטורן האבן געווארנט אמעריקאנער באאמטע אז איראן גרייט זיך מעגליך צו נוצן כעמישע וואפנס קעגן מדינת ישראל אדער אמעריקאנער אליאירטע.
לויט באריכטן גלייבן מדינת ישראל באאמטע אז איראן אנטוויקלט טעכנאלאגיע וויאזוי צו קענען שיקן כעמישע וואפנס דורך מיסילס אדער דורך שמוגלעריי אפעראציעס.
קוועלער זאגן אז מדינת ישראל באאמטע האבן געווארנט אמעריקע אז דער געפאר פון א כעמישע וואפן אטאקע דורך איראן איז מער ערנסט און מעגליך ווי נוקלעארע וואפנס.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24

