מער און מער איראנער פאליטישאנס פאדערן רעזשים עמטליך אנצוהייבן אנטוויקלען נוקלעארע וואפנס
א וואקסנדע צאל איראנער פאליטישע און רעליגיעזע פירער זענען ארויסגעקומען מיט א רוף אז איראן זאל אנהייבן עמטליך אנטוויקלען נוקלעארע וואפנס.
די טויש קומט אלס רעאקציע צו די אמעריקאנער און מדינת ישראל באמבארדירונג אטאקעס אויף איראן די לעצטע צוויי יאר, וואס האט געשטארקט די ארגומענט אז איראן מוז אויפגעבן איר פאליסי פון נישט אנטוויקלען נוקלעארע וואפנס.
צווישן אנדערן האט דער איראנער סעקיוריטי טשיף מוכסען ראזאאי אנערקענט אז עס קומען פאר געשפרעכן אינערהאלב די רעזשים פירערשאפט וועגן טוישן איראן'ס נוקלעארע פאליסי.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24
