Thursday, November 5, 2026Thu, Nov 5Updated 12:30 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

פאסאזשירן פון פליי-דוביי היידזשעקינג פרואוו זאגן אז רעגירונג געבט זיי נאכנישט קיין שום הילף

די פאסאזשירן וואס האבן געארבעט צו פארמיידן די היידזשעקינג אטאקע אויף די פליי-דוביי פליגער מיט מער ווי א חודש צוריק, זאגן אז זיי האבן נאכאלץ נישט באקומען קיין שום הילף.

די פאסאזשירן זאגן אז זיי האבן געליטן פארשידענע פסיכאלאגישע שאדנס און אז די טראמא פון די געשעעניש באגלייט זיי נאך, און דערווייל האט די רעגירונג גארנישט אנערקענט זייער ראלע אין העלפן ראטעווען די פילצאליגע לעבנס.

די באטראפענע פאסאזשירן זאגן אז זיי האבן טאקע באקומען אנערקענונג אלס העלדן, אבער דערווייל האבן זיי נישט באקומען פארגיטיגונג אדער צוטריט צו וויכטיגע בענעפיטן פאר זייער באהאנדלונג.

Filed underNews
Share this story