פיט העגסעט האט באשטעטיגט א פארגרעסערטע אנוועזנהייט פון די נעשאנעל גארד כוחות אין וואשינגטאן די
סי., וואס וועט ארייננעמען מיליטערישע קארס, פאליציי קארס, און שיפן אויף די וואסערן. די הויפט אויפגאבע פון די טרופן וועט זיין ארויסצוהעלפן די פאליציי מיט אפעראציעס וואס קאנצענטרירן זיך קעגן גענגס און דראג הענדלער, אבער זיי זענען נישט באפולמעכטיגט אליין דורכצופירן ארעסטן אדער נאכצויאגן פארדעכטיגטע. די פארגרעסערטע דעפלוימענט איז געסקעדזשולט צו בלייבן אין קראפט ביזן סוף פון 2026, בשעת די ברייטערע מיסיע ווערט ערווארטעט צו אנהאלטן ביז יאנואר 2029.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24


