פאליטישע אנאליסטן טוען אויפברענגן דעם מעגליכקייט אז דעמאקראטן וועלן האבן קומענדיגע יאר זייער גרעסטע קאנגרעס מאיאריטעט זייט די פריע 1990'ר
יארן, מיט א מעגליכקייט פון מער ווי 260 זיצן.
מאמענטאל האבן די דעמאקראטן זיך פארזיכערט מיט 245 זיצן, אריין גערעכענט 35 וועלכע האבן געטוישט זייטן, און ריפובליקאנער האבן זיך פארזיכערט מיט 147 זיצן, אריין גערעכענט איינס וואס האט געטוישט זייטן.
פון צווישן די מער ווי 40 פארבליבענע פארמעסטן זענען דעמאקראטן פאראויס ביי פילע פון זיי, וואס באדייט אז א שיינע צאל זיצן וועלן פאלן צו זייער זייט.
צוריק ביי די 2008 כוואליע ווען באראק אבאמא איז אריין געקומען אין אפיס, האבן דעמאקראטן געהאט 257 זיצן, און ביי די אנהייב 1990'ר יארן האבן זיי געהאט א מאיאריטעט פון 264 זיצן.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24

