Thursday, November 5, 2026Thu, Nov 5Updated 1:45 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

גוף פון נפטר ר' יצחק אלמקייס ע"ה, אומגעקומען אין אומאן ראש השנה, ענדליך באפרייט געווארן לקבר ישראל

נאך 55 טעג פון פארצויגענע אויספארשונגען און העפטיגע שתדלנות, האבן די אוקראינישע אויטאריטעטן ענדליך באפרייט די גוף פון ר' יצחק אלמקייס ע"ה.

ר' יצחק איז געווען א ברסלב'ער חסיד פון לאנדאן און פאטער פון זיבן קינדער, וועלכער איז אומגעקומען אין אומאן ראש השנה תשפ"ז, און די אוקראַינישע פּאָליציי האָט געהאַט געעפנט א מאָרד אויספאָרשונג און געהאַלטן דעם נפטר ביז יעצט.

עסקנים און רבנים האָבן גע'שתדל'ט ביי די אוקראַינישע אויטאָריטעטן, און עס איז אויך געוואָרן אונטערגעשריבן א פּעטיציע דורך אידן איבער דער וועלט, און יעצט איז געמאָלדן געוואָרן אַז דער נפטר איז באַפרייט געוואָרן און וועט קומען לקבר ישראל אין אוקראַינע.

Filed underNews
Share this story