פרעזידענט טראמפ'ס פרוי האט אויפגענומען רוסישע און אוקראינער פארשטייער פאר א זיצונג אין די ווייסע הויז
, נישט לאנג נאכדעם וואס זי האט געהאלפן פארזיכערן א הומאניטערישע פייעראפשטעל אין די אוקראינער שטאט אָלעשקי.
די ווייסע הויז באצייכענט עס אלץ א היסטארישע מאמענט, אנווייזענדיג, אז עס איז דאס ערשטע מאל וואס באאמטע פון ביידע לענדער טרעפן זיך אויף א דירעקטע זיצונג אין די ווייסע הויז.
די זיצונג קומט אין צייט וואס אמעריקא גרייט זיך אנצופירן קומענדיגע וואך דריי-שפיציגע געשפרעכן אין דובאי, צווישן פארשטייער פון אמעריקא, רוסלאנד מיט אוקראינא.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24


