די 'עף-בי-איי' ארעסטירן א פארשוין פון אקלאהאמא סיטי, פארן שיקן הונדערטער בריוון מיט פארדעכטיגטע ווייסע שטויב צו מערערע פובליק באאמטע
דער פארשוין, וועמענס נאמען ווערט דערווייל נישט ארויס געגעבן, ווערט פארדעכטיגט אויף שיקן הונדערטער בריוון מיט ווייסע שטויב סיי דורכאויס די יעצטיגע וואל רונדע און סיי ביי די וואלן צוויי יאר צוריק.
די בריוון זענען געשיקט געווארן צו מער ווי 100 לאקאלן לענגאויס אמעריקא, אריין גערעכענט מערערע סעקרעטערי אוו סטעיטס און וואלן באאמטע.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



