Tuesday, November 3, 2026Tue, Nov 3Updated 2:01 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

די ליכוד פארטיי פונ'ם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער האט אריין געגעבן א ביטע אין געריכט אפצולייגן די אפיציעלע באשטעטיגונג פון די וואל רעזולטאטן

מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער האט אריין געגעבן א ביטע אין געריכט אפצולייגן די אפיציעלע באשטעטיגונג פון די וואל רעזולטאטן, אבער א ריכטער וואס פארפיגט אויף די וואלן האט עס אפגעווארפן.

די פארלאנג איז געווארן אריין געגעבן אין צייט וואס די פארטיי זעצט פאר מיט ארויס שטעלן באשולדיגונגן אז די וואלן זענען גע'גנב'ט געווארן דורך אראבישע פארטייען.

לויט די אפיציעלע פלאן דארף די צענטראלע וואל קאמיטע באשטעטיגן די וואל רעזולטאטן מארגן מיטוואך, א פראצעדור וואס איז געווענטליך נישט מער ווי א פארמאליטעט וואס ווערט קוים נאכגעפאלגט.

Filed underNews
Share this story