Thursday, November 5, 2026Thu, Nov 5Updated 3:11 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס
פרישע נייעס: לויט ווי עס באריכט דער מדינת ישראל טשענעל 12, האט די 'ישראל ביתנו' פארטיי – אונטער אביגדור ליבערמאןYiddishe Vinkel · קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם האט געטוישט די טויט שטראפן פון אלע 548 ארעסטאנטן צו לעבנסלענגליכע טורמע אן א מעגליכקייט פון באפרייאונגTug 24 · עשה ועושה ויעשהשמוליק קליין · ראקלענד קאונטי אסעמבלימאן ר' אהרן בנציון ווידער, מעלדט אז זיינע קאמפיין פלאקאטן ווערן אראפגענומען פון די מאנסיער גאסן נאכפאלגנדיג זיין…בקיצור נייעס קאנאל · וואלט איהר געוואלט האבן אזוינע שכינים?קעניינעהארע · וויכטיגע דערמאנונג..: די שטימען זענען שוין אפגעגעבן געווארןYiddish24 · כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אויפ'ן וועג צום ציון פון זיין הייליגן טאטן, דער בילגורייער רב זי"עZLN · יום ה' כה' לחודש מר חשוון ה'תשפ"זמוטה פרנק · חיי שרה אורותHQ status · מאסיווע סוואב דרייוו קאמפיין "ראטעוועט אברמי" ביים העפטיגן כינוס השלוחים סצענע אין קראון הייטסKremel ·

האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא וועט מופיע זיין בשערי ארה"ב קומענדיגע וואך, און וועט מיטהאלטן א שבת בצל הקודש פון האדמו"ר מסקווירא

האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא וועט מופיע זיין בשערי ארה"ב קומענדיגע וואך, און וועט מיטהאלטן א שבת בצל הקודש פון האדמו"ר מסקווירא

קומענדיגן זונטאג פרשת תולדות וועט כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א ארויספארן אויף א געהויבענע באזוך קיין ניו יארק, וואו דער רבי שליט"א וועט מיטהאלטן א שבת בצל הקודש פון ידיד נפשו ושאר בשרו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, נאך פערציג יאר זינט דאס לעצטע מאל וואס דער רבי האט מיטגעהאלטן א שבת אין שיכון סקווירא, אינעם ערשטן יאר נאכן געקרוינט ווערן אלס רבי.

דער רבי שליט"א קומט צו פארן קיין ניו יארק לרגל די שמחת הברית בבית מקורבו הנאמן הנגיד החסיד ר' חיים יצחק ענגלענדער הי"ו, זון פון הנגיד החסיד ר' פנחס נפתלי ענגלענדער שליט"א, זון פון הנגיד החסיד ר' אלי'ש ענגלענדער שליט"א פון לאנדאן, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א.

ווי באקאנט האלט דער רבי שליט"א אן א גאר נאנטע קשר מיט ידיד נפשו ושאר בשרו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, נאך וואס דער רבי שליט"א האט אלס בחור געלערנט אין די ישיבה אין שיכון סקווירא, און איז געווען א בן בית אין שטוב פון הרה"ק מסקווירא זצ"ל. די קשר אמיץ שפיגלט זיך שטארק אפ מיט די נאכאנאנדע ידידות'דיגע באזוכן און השתתפות ביי שמחות צווישן די צוויי הויפן.

אצינד ווען דער רבי שליט"א נעמט אונטער א נסיעה קיין ניו יארק, האט דער רבי שליט"א געזאגט אז ער וויל מיטהאלטן א שבת אין שיכון סקווירא בצל הקודש פונעם סקווירא רבי'ן שליט"א. לויטן פלאן וועט דער רבי פארבלייבן אין ניו יארק פאר א וואך צייט, און קומענדיגן שבת פרשת תולדות הבעל"ט זיין צוגאסט אין שיכון סקווירא, און מיטהאלטן די תפילות און טישן אין ביהמ"ד הגדול אין שטעטל. ווי פארשטענדליך וועלן מיטן רבי'ן קומען צו פארן א גרויסע ציבור חסידים, און די עסקנים אין שיכון סקווירא זענען שוין פארנומען צוצושטעלן אש"ל מלא ביד רחבה וברוח נדיבה.

חסידי סקווירא אין ב"פ גרייטן זיך אויף א לענגערע באזוך און שבת התאחדות אין שפיץ פון הגה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי בנו הגדול פון רבי'ן

האדמו"ר מאמשינאוו ארה"ב וועט אפרייזן קומענדיגע וואך קיין ארץ ישראל, און וועט פראווענען א גרויסע שבת אין ירושלים עיה"ק

התרגשות אין שיקאגא מקבל צו זיין האדמו"ר מבאבוב-45 וועלכע וועט פראווען א שבת של שמחה בקרב קהילת חודרוב שיקאגא

Are you sure you want to proceed with the purchase?

שרייבט אייך איין צו באקומען אונזערע טעגליכע אימעילס

Filed underCommunity
Share this story