Thursday, November 5, 2026Thu, Nov 5Updated 3:45 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

וויכטיגע דערמאנונג..: די שטימען זענען שוין אפגעגעבן געווארן

יעצט, קען מען שוין ענדליך אויפפיקן די סיינס?... א קאמפיין סיין האט א תפקיד צו עקזיסטירן פאר אן עלעקשאן. נאכדעם אבער, איז ער סתם א שטיקל פלאסטיק אויף יענעמ'ס גראז, אדער א ווייער-פרעים נעבן א סיידוואק וואס מען קען זיך חלילה איבערדרייען דערויף ווייל די פלאסטיק איז שוין אראפגעפאלן, אדער פשוט נאך א שטיק מיסט וואס א צווייטער דארף אויפפיקן. ס'האט גארנישט מיט דעם ווער עס האט געווינען. די קאמפיין וואס האט געווינען קען פייערן די נצחון און גלייכצייטיג ארויסשיקן א קלינאפ קרו. די קאמפיין וואס האט פארלוירן קען זיין אנטוישט און טון פונקט דאס זעלבע. נעמען אחריות אויף דעם וואס מען שטעלט ארויס אינדרויסן פאר די וועלט, איז א גאר פשוט'ע פראבע פון עסקנות לטובת הציבור..

Filed underNews
Share this story