דראמא איז אנטשטאנען דורכאויס די לעצטע דריי טעג ביי פאמיליעס וואס פארמאגן באקאנטע וועלכע שמאכטן ליידער אינעם אויטאסוויל תפיסה

דראמא איז אנטשטאנען דורכאויס די לעצטע דריי טעג ביי פאמיליעס וואס פארמאגן באקאנטע וועלכע שמאכטן ליידער אינעם אויטאסוויל תפיסה, נאכ׳ן נישט פארמאגן קיין שום טעלעפאנישע קאמיוניקאציע מיט זייערע נאנטע. נאך וואס 'צדק' האט פריער אין טאג ערהאלטן א צוזאג פון אויטאריטעטן אז די אורזאך איז א טעכנישע סערוויס פראבלעם אינעם געגנט, און אז אלעס וועט געטוהן עס זאל ארבעטן ווי אמשנעלסטן, קומט יעצט אן די גינסטיגע נייעס אז די סערוויס איז ב״ה שוין געווארן צוריקגעקערט.



