די 'אדנאק' ענערגיע פירמע אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן שטודירט די מעגליכקייט אויפצושטעלן א דריטע פייפליין פאר רויע אויל
די 'אדנאק' ענערגיע פירמע אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן שטודירט די מעגליכקייט אויפצושטעלן א דריטע פייפליין פאר רויע אויל, וואס זאל ארומגיין דעם סטראטעגישן 'הארמוז דורכגאס'. די רערן וועלן זיך ציען פונעם מערב ברעג פון די עמיראטן ביז קיין פודזשיירא, אלס טייל פון די באמיאונגען פונעם לאנד צו ווערן ווייניגער אנגעוויזן אויף דעם דאזיגן קריטישן וואסער-וועג.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



