Wednesday, November 4, 2026Wed, Nov 4Updated 11:46 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

דעמאקראטן גרייטן זיך פאר א נייע עפאכע אין קאנגרעס, מיט ברייטע פלענער וואס זיי האפן פאראויס צו שטיפן די קומענדיגע פאר חדשים

נאכפאלגענדיג זייערע שטוינענדע סוקסעסן נעכטן נאכט, ווען זיי האבן ארויס געשטיפט ריפובליקאנער פון איין עק לאנד צום אנדערן, צווישן דעם פילע אומגעראכטענע זיגן.

· 2 min read

ווען אלעס וועט זיך זעצן אין די קומענדיגע טעג און וואכן מיט פארמעסטן וואס זענען נאך נישט קלאר, איז ערווארטעט אז זיי וועלן האבן א ברייטע מאיאריטעט סיי אינ'ם סענאט און סיי אין קאנגרעס, וואס וועט זיי לייכטער מאכן אנצוגיין מיט זייער אגענדע און דינען אלץ גלייכע פליגל אקעגן די ווייסע הויז.

פרעזידענט טראמפ פון זיין זייט האט ווידעראמאל געלאזט הערן זיין גרייטקייט צו ארבייטן מיט די דעמאקראטן, זאגענדיג, אז ער זיכט נישט צו זיצן און וועטאאירן בילס די קומענדיגע צוויי יאר, אבער ער ווארענט אז ער איז גרייט דערפאר אויב עס וועט זיך אויספעלן.

קאנגרעס דעמאקראטן טוען פארשפרעכן א 100-טעג אגענדע, אנגעפאנגן מיט פארזיכן אראפ צו ברענגן די קאסטן פון גאז, גראסעריי און אנדערע פראדוקטן, און בילס צוריק צו דרייען שניטן אין אבאמא קעיר און מעדיקעיד.

אזוי אויך גרייטן זיי זיך פאר א ברייטע אויספארשונג אגענדע, אזויווי מען האט געהערט פונ'ם דעמאקראטישן פירער האקים דזשעפריס, אז די קארופטירטע גייען געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך.

די אויספארשונג פלענער פון דעמאקראטן נעמט אריין א מעגליכקייט פון אימפיטשמענט פראצעדורן אקעגן עטליכע מיטגלידער פון פרעזידענט טראמפ'ס קאבינט.

קאנגרעסמאן גארסיע, די הויפט דעמאקראט אויף די אווערסייט קאמיטע, האט שוין ארויס געשיקט א קורצע ווארענונג מיט די ווערטער 'נעמטס אדוואקאטן', און סענעטאר ראן וויידען, די הויפט דעמאקראט אויף די סענאט פינאץ קאמיטע, האט ארויס געשיקט א מעסעדזש מיט די ווארט 'סובפינעס', שיקענדיג א קלארע סיגנאל אין וועלכע ריכטונג זיי גרייטן זיך צו גיין.

מאמענטאל זענען די דעמאקראטן פארנומען פייערן זיג, אבער איינמאל זיי קומען אריין מיט זייער נייע מאיאריטעט אין וואשינגטאן, וועלן זיי האבן א שווערע ארבייט צו ווייזן פאר אמעריקאנער אז זיי פירן דורך זייער אגענדע, א פאראנטווארטליכקייט וואס וועט ווארשיינליך ליגן אויף די פלייצעס פון האקים דזשעפריס, וועלכע איז ערווארטעט צו ווערן ספיקער, און סענעטאר שומער, וועלכע איז ערווארטעט צו ווערן מאיאריטעט פירער.

Filed underNews
Share this story