פרעזידענט טראמפ'ס זון דזשוניער שטיצט די ווערטער פון וויצא פרעזידענט ווענס, אז די מלחמה מיט איראן איז פאראנטווארטליך פאר די נעכטיגע וואל פארלוסטן
פרעזידענט טראמפ'ס עלצטע זון דאנעלד טראמפ דזשוניער איז ארויס געקומען מיט עפענטליכע שטיצע פאר די ווערטער פון וויצא פרעזידענט דזשעי. די. ווענס, אז די מלחמה מיט איראן איז פאראנטווארטליך פאר די נעכטיגע וואל פארלוסטן.
טראמפ דזשוניער זאגט אז ער איז איינשטימיג מיט יעדע איינציגסטע ווארט פון די לענגערע סטעיטמענט וואס ווענס האט היינט פארעפענטליכט.
וווענס האט אין זיין סטעיטמענט געשריבן אז ריפובליקאנער האבן נישט פארלוירן וויבאלד זייערע וויילער זענען געבליבן אינדערהיים, נאר וויבאלד טראמפ שטיצער האבן געשטימט פאר דעמאקראטן, ווערענדיג געטריבן מייסטענס דורך די אומפאפולערע מלחמה מיט איראן.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24

