אמעריקא'ס העלטה-קעיר אינדוסטרי גייט דורכגיין איינס פון אירע גרעסטע אויפשאקלונגן, א דאנק א פלאן דורך 'סי-ווי-עס העלטה' זיך צו צוטיילן אין צוויי
די צוטיילוג איז א טריט אויף צוריק פון עטליכע פאראיינעגונגן וועלכע האבן צוזאמגעברענגט אינטער איין דאך די לאנד'ס גרעסטע דראג-סטאר נעץ מיט די העלטה אינשורעס ריז 'עטנע' און די פארמעסי בענעפיט מענעדזשער 'קעירמאַרק'.
אינטער די נייע פלאן וועט זיין א קאמפאני מיט'ן נאמען 'סי-ווי-עס פארמעסי', אריין צו נעמען אינטער זיך די פירמע'ס 9 טויזנט ריטעיל לאקאלן, מעיל ארדער פארמעסי, ספעשעלטי דראג ביזנעס און מינוט-קליניק.
די צווייטע קאמפאני מיט'ן נאמען 'סי-ווי-עס העלטה' וועט אריין נעמען 'עטנע', 'קעירמארק' און צוויי קאמאפניס וועלכע שטעלן צו פריימערי קעיר און האום העלטה איוועליועישנס פאר סיניערס.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24


