Wednesday, November 4, 2026Wed, Nov 4Updated 5:47 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

צוויי וואכן בעפאר ניו יארק סיטי הייבט אן ארויס שיקן שטייער בילס, האט די סיטי אפגעהאלטן א זיג איינצושטעלן א שטייער אויף רייכע צווייטע הייזער

שטייענדיג צוויי וואכן בעפאר ניו יארק סיטי הייבט אן ארויס שיקן שטייער בילס, האט די סיטי אפגעהאלטן א זיג אינ'ם פלאן איינצושטעלן א שטייער אויף רייכע צווייטע הייזער.

א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט געאורטיילט אז די סיטי דארף נישט אפשטעלן די פלאן עס איינצושטעלן, און קען פאראויס גיין מיט די סיסטעם אוועק געשטעלט דערפאר.

די געריכט שרייבט אינ'ם אורטייל אז די וועלכע האבן אריין געגעבן די לאוסוט דערקעגן האבן נישט די לעגאלע רעכט דערפאר, און טוט ארויס ווארפן אן אורטייל פון א הונטערשטע געריכט וואס האט געפאדערט אויפצולעזן די סיסטעם און אוועק שטעלן א נייע.

Filed underNews
Share this story