די פאליציי אין וויליאמסבורג פארן אן אינצידענט ווי 4 באסעס פון לאקאלא מוסדות התורה זענען געווארן אנגעשריבן מיט העסליכע אויפשריפטן
די פאליציי אין וויליאמסבורג האט געעפענט א ברייטע אויספארשונג נאכדעם 4 באסעס פון לאקאלא מוסדות התורה זענען געווארן אנגעשריבן מיט העסליכע אויפשריפטן, אריין גערעכענט ווערטער אקעגן מדינת ישראל און אין שטיצע פון די פאלעסטינער.
אלע באטראפענע באסעס זענען געווען פארקירט ביי בעדפארד עוועניו און וויליאמסבורג ווען זיי זענען געצילט געווארן.
די פאליציי טוט איבערקוקן זיכערהייט קאמערעס, און אפאלירט אז ווער עס האט סיי וועלכע אינפארמאציע זאל עס קומען איבערגעבן.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



