Monday, November 2, 2026Mon, Nov 2Updated 6:53 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

אוקראינא באשולדיגט רוסלאנד אויף אויסנווצן די קורץ-טערמיניגע לאקאלא פייעראפשטעל אין אָלשקי צו פארשטארקערן רוסישע פאזיציעס אין די געגענט

די פייעראפשטעל, אויסגעהאמערט דורך פרעזידענט טראמפ'ס פרוי, איז געווען געצילט צו געבן א געלעגענהייט אריין צו ברענגן קריטישע הילף פאר איינוואוינער אין די שטאט, און צו עפענען וועגן פאר מענטשען וועלכע ווילן עוואקואירן.

קיעוו באשולדיגט יעצט אז רוסלאנד האט אויסגענוצט די אפשטעל אריין צו ברענגן פרישע טרופן, פארשטארקערן מיליטערישע פאזיציעס און צולייגן נאך אנטי-דראון דיפענס סיסטעמס.

פרוי טראמפ באצייכענט די פייעראפשטעל אלץ סוקסעס, אנווייזענדיג, אז נאנט צו 800 מענטשען האבן אויסגענוצט די טעג פון די פייעראפשטעל צו פארלאזן די פראנט-ליניע שטאט, און זי איז זייער דאנקבאר פאר ביידע לענדער פאר'ן עס צושטאנד ברענגן.

Filed underNews
Share this story