Monday, November 2, 2026Mon, Nov 2Updated 7:53 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

איראן'ס זיכערהייט הויפט מוכסאן ראזעי האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישער געשפרעך מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין

ווי איראן'ס סטעיט מידיא געט איבער, זענען די געשפרעכן געווען פארזעצונג פון פריערדיגע געשפרעכן צווישן די צוויי לענדער איבער די צושטאנד אין די מיטל מזרח.

ראזעי איז איינס פון די מאכטפולסטע פיגורן אין איראן, דינענדיג אלץ סעקרעטאר פון די לאנד'ס סופרים נעשינאל סעקיוריטי קאנסול, און איז פון די עקסטרעמע פירער אין לאנד.

אין די פריערדיגע טעג האט אים דער אמעריקאנער וויצא פרעזידענט דזשעי. די. ווענס אפגעשיקט א בריוו, אן אומגעווענטליכן שריט פון אמעריקא צו פראבירן צו פארהאנדלן מיט איינס פון די עקסטרעמסטע פירער אין איראן.

Filed underNews
Share this story