אויספארשער פארדעכטיגן אז א שטורעמישע וועטער האט געשפילט א שטארקע ראלע אין די פריוואטע לעירדזשעט פליגער וואס האט נעכטן געקראכט אין פלארידע
פעדעראלע אויספארשער פארדעכטיגן אז א שטורעמישע וועטער האט געשפילט א שטארקע ראלע אין די פריוואטע לעירדזשעט פליגער וואס האט נעכטן געקראכט אין פלארידא, אומברענגענדיג 9 מענטשען וועלכע האבן זיך געפונען אויפ'ן פליגער.
זיי זאגן אז די פליגער האט באריכטעט אייז און גאר קאלטע טעמפערטשערס פראבלעמען נישט לtנג בעפאר די קראך, און זיי קוקן אריין צו דאס האט געשפילט א ראלע.
אזוי אויך קוקן זיי אריין אינ'ם מעגליכקייט אז די פליגער האט זיך צובראכן אין די לופטן נאך בעפאר עס האט אראפ געקראכט אויף דער ערד.
איינס פון די זאכן וועלכע טרייבן צו דעם ווערסיע איז די פאקט אז שטיקער ברוכווארג פון די פליגער האט זיך אויסגעשפרייט אויף ארום א האלבע מייל ארום די קראך שטח.
אין צוגאב צו די לעבענס פארלוסטן האט די פליגער אויך צודריקט א צאל קארס, אפגעהאקט לעקטער אין די געגענט, געשעדיגט א הויפט וואסער רער און געפירט צו דעם אז מען זאל עוואקואירן ארום 600 מענטשען פון ארום 100 טרעילער היימן.


