איראן'ס נעווי האט געמאלדן אז אן אויל טאנקער איז ארויף אין פלאמען נאכ'ן זיך אנשטויסן אין א ים מינע ביים מזרח אריינגאנג צום הארמוז וואסער וועג
די נעווי זאגט אז די פרישע אינצידענט זאל דינען אלץ לעקציע פאר אנדערע שיפן וועלכע קלערן צו פארלעצן איראן'ס רעגולאציעס דורך דורכגיין דעם וואסער וועג אן ערלויבעניש.
אין די זעלבע צייט האט אן איראנער נייעס אגענטור געמאלדן, אז דורכאויס די לעצטע 9 טעג זענען 11 אויל טאנקער ארויף אין פלאמען אין די וואסער וועג, צווישן זיי א צאל וועלכע האבן געזינקן.
איראן זיכט דערמיט אפצושלאגן ווערטער פון סענטרעל קאמענד הויפט ברעד קופער, וועלכע איז פאריגע וואך דורכגעפלויגן העכער דעם וואסער וועג, און דערקלערט אז אלע הויפט טראנזיט ראוטס ביים וואסער וועג זענען פריי און אויסגערייניגט.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



