ניו דזשערסי - פרעד בעהרענד, א האלאקאוסט איבערלעבער וועלכער וואוינט אין ווארהיס וועט מארגן דינסטאג אפצייכענען זיין 100׳סטן געבורטסטאג
צו דעם געלעגנהייט וועט זיין געבורטס-שטאט לידענשייד אין דייטשלאנד ארויפלייגן דריי גאלדענע געדענק שטיינער פאר אים און זיינע עלטערן, פארנט פון די געביידע וואו עס איז אמאל געווען די פאמיליעס טעקסטיל געשעפט.







