Monday, November 2, 2026Mon, Nov 2Updated 6:49 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

א באריכט געט אן, אז סאודי אראביע האט געלאזט וויסן פאר איראן, אז די קעניגרייך וועט נישט לאזן נוצן איר טעריטאריע פאר אטאקעס אקעגן איראן

סאודי אראביע האט געלאזט וויסן פאר איראן, אז די קעניגרייך וועט נישט לאזן נוצן איר טעריטאריע פאר אטאקעס אקעגן די איסלאמישע ריפובליק, און בעט אין אויסטויש אז טעהראן זאל איר נישט אטאקירן.

לויט די באריכט איז די מעסעדזש געווארן איבערגעגעבן דורכ'ן סאודישן דיפענס מיניסטער חאליד בין סאלמאן, אין צייט וואס ער האט זיך געפונען אין טעהראן צוזאמען מיט פארשטייער פון טערקיי און פאקיסטאן.

די באריכט קומט אין צייט וואס מען גרייט זיך אויף די מעגליכקייט אז אמעריקא וועט אינטערנעמען פרישע אטאקעס אויף איראן, אטאקעס וועלכע גייען פאדערן די מיטארבייט פון אנדערע לענדער צו לאזן אמעריקאנער קרעפטן נוצן זייערע באזעס אד"ג.

Filed underNews
Share this story