Monday, November 2, 2026Mon, Nov 2Updated 6:53 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

ניו יארק גאווערנער האוקול מיט איר ריפובליקאנער קעגנער גייען היינט האבן א שטארק פארנומענע טאג, מיט א רייע אויפטריטן איבער די סטעיט

ניו יארק גאווערנער האוקול מיט איר ריפובליקאנער קעגנער גייען היינט האבן א שטארק פארנומענע טאג, מיט א רייע אויפטריטן איבער די לענג און ברייט פון די סטעיט, זיכענדיג אויפצוהייטערן זייערע באזעס אין די לעצטע שטונדן פארבליבן בעפאר די מארגענדיגע וואל טאג.

· 1 min read

די כוואליע אויפטריטן קומט אין צייט וואס 1.7 מיליאן ניו יארקער האבן שוין אפגעגעבן זייער שטימע ביז יעצט, אריין גערעכענט מער ווי 690 טויזנט בעלאטס אפגעגעבן אין ניו יארק סטעיט.

סטעיטווייד איז היי יאר אריין געקומען 75 פראצענט מער פריע בעלאטס ווי 4 יאר צוריק, און סיטיווייד איז עס העכער מיט אומגעפער 65 פראצענט.

די מערסטע בעלאטס אין די סיטי איז אריין געקומען פון ברוקלין, ביי א סך הכל פון ארום 219 טויזענט, נאכפאלגענדיג מיט מאנהעטן 188 טויזנט, קווינס 163 טויזנט, בראנקס 67 טויזנט און סטעטן איילענד 52 טויזנט.

האוקול האט אנגעפאנגן איר טאג מיט באזיכן סאוועי סטאנציעס אין הארלעם, און איר לעצטע אויפטריט היינט וועט זיין א ראלי אין די וויליאמסבורג געגענט, צוזאמען מיט קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס, אטוירני דזשענענרעל דזשעימס, קאמפטראלער דינאפאלי און נאך.

בלעיקמאן האט זיך ארויס געלאזט אויף א סטעיטווייד טור, אנגעפאנגן אין בּעטהפּעידזש, פון דארט קיין באפעלא, ראטשעסטער, סירעקיויס און בינגהעמפטאן, און פלאנט צו שליסן דעם טאג מיט אן אויפטריט אין מאנהעטן.

לויט די 'ריעל קלעיר פאליטיקס' דורכשניט, איז האוקול באקוועם פאראויס פון בלעיקמאן, מיט 53.5 פראצענט פאר האוקול און 43.8 פראצענט פאר בלעיקמאן.

Filed underNews
Share this story