Monday, November 2, 2026Mon, Nov 2Updated 8:01 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

מער ווי 54 מיליאן אמעריקאנער האבן שוין אפגעגעבן זייער שטימע, דאס קומט אויס מיט ארום 8 מיליאן מער ווי ביי די מידטורם וואלן 4 יאר צוריק

ביי די לעצטע מידטורם וואלן זענען געווארן אפגעגעבן ארום 45.9 מיליאן שטימען אין די טעג און די וואכן בעפאר די וואלן, סיי דורך פאסט בעלאטס און סיי דורך ערלי וואטינג.

א צאל סטעיטס מיט נאנטע פארמעסטן זענען צווישן די וועלכע באריכטן א שטארקע העכערונג פון פריע שטימען, אריין גערעכענט טעקסעס, מעין און קענסעס, און אזוי אויך זעט מען א באדייטענדע העכערונג אין די צוויי קאראליינאס.

נישט אלע סטעיטס באריכטן פון וועלכע פארטיי די שטימען קומען, אבער פון די 27 סטעיטס וועלכע געבן יא ארויס, זענען דעמאקראטן ארויס געקומען מער ווי ריפובליקאנער אדער זעלבסשטענדיגע וויילער.

פון צווישן די 14 סטעיטס וועלכע טוען פארעפענטליכן די יארגאנג פון וויילער, זעט מען, אז מער וי 80 פרצאענט פריע שטימען זענען געקומען פון וויילער 40 יאר אלט און ארויף.

Filed underNews
Share this story