אמעריקאנער און איראנער פארהאנדלער האלטן נאנט צו דורכברוך און איראן איז גרייט פאר נוקלעארע קאנצעסיעס
אַמעריקע און איראַן רוקן זיך נאָנטער צו א דורכברוך אין די פאַרהאַנדלונגען צו ברענגען אַן ענדע צו די לעצטע אַכט חדשים פון מלחמה.
לויט באַריכטן האָבן איראַנער באַאַמטע אָנגעהויבן איבערקוקן א פאָרשלאַג וואָס קאַטאַר האָט אַרויסגעשטעלט, און איראַן איז גרייט נאָכצוגעבן פאַרשידענע זאַכן איבער איר נוקלעאַרע פּראָגראַם, וואָס זי איז ביז יעצט נישט געווען גרייט.
טראָמפּ האָט גערעדט מיט קאַטאַר'ס עמיר שעיך טאמים אל טאכני, און געהערט אַן אַפּדעיט וועגן די אָנגייענדיגע געשפּרעכן, וואָס רוקן זיך דערווייל אין ריכטונג פון א דיעל.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24


