Friday, November 6, 2026Fri, Nov 6Updated 2:09 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

ניו יארק סיטי מעיאר זאראן מאמדאני האט געמאלדן אן אויסברייטערונג פון 'געט די גוד סטאָף', א פראגראם וואס מאכט גרינגער פאר פוד סטעמפ געניסער

מאמדאני האט געמאלדן אן אויסברייטערונג פון 'געט די גוד סטאָף', א פראגראם וואס מאכט גרינגער פאר פוד סטעמפ געניסער איינצוקויפן פרישע פרוכט, גרינצייג און בונדלעך.

די פראגראם ארבייט, אז פאר יעדע דאלאר וואס א פוד-סטעמפ געניסער געט אויס אויף בארעכטיגטע פראדוקטן, באקומט יענער צוריק א דאלאר, ביז צו א מאקסימום פון 10 דאלאר א טאג.

די געלט קען נישט גענוצט ווערן פאר סיי וואס, נאר בלויז פאר די זעלבע סארט פראדוקטן וואס זענען געזונט פאר'ן מענטש.

די פראגראם, וואס נעמט שוין ביז היינט אריין 21 גראסעריי געשעפטן, גייט יעצט ווערן אויסגעברייטערט מיט נאך 12 געשעפטן וועלכע גייען ווערן צוגעלייגט.

Filed underNews
Share this story