די 'איי-אר-עס' האט געמאלדן העכערע שטייער הנחות פאר קומענדיגע יאר למס', אריין גערעכענט א גרעסערע טשיילד טעקס קרעדיט
און א טויזנט דאלאר העכערונג אין די סטענדערד דידאקשאן פאר פארהייראטע פארפעלקער.
די מאקסימום טשיילד טעקס קרעדיט וועט ארויף גיין צו 2,300 דאלאר א קינד, ארויף מיט 100 דאלאר פון יעצט, און ביז 1,800 דאלאר וועט מעגן זיין ריפאנדיבל.
די טוישונגן גייט מען נישט זען קומענדיגע יאר, נאר הערשט אין יאר 2028 למס', ווען מען גייט פיילן ריטורנס פאר די 2027 יאר.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



