Friday, November 6, 2026Fri, Nov 6Updated 2:38 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

איראן און רוסלאנד פירן געשפרעכן צו פארקויפן פאר איראן פארגעשריטענע "עס 400" לופט דעפענס סיסטעמס

איראַן האָט אָנגעהויבן פאַרהאַנדלען מיט רוסלאַנד צו קויפן פאָרגעשריטענע "עס 400" לופט פאַרטיידיקונגס סיסטעמען אין די לעצטערע וואָכן.

דער איראַנער סעקוריטי טשיף מוכסען ראזאאי האָט זיך געטראָפן מיטן רוסישן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין דאָנערשטאָג, און די רעדע איז אויך געווען וועגן די דיעל צו קויפן די רוסישע פאַרטיידיקונגס סיסטעמען.

די "עס 400" סיסטעמס קענען אַראָפּשיסן פליגערס און מיסילס ביי א ווייטקייט פון פיר הונדערט קילאָמעטער, און עס קען אויך האַלטן אַן אויג אויף מערערע צילן אויפאַמאָל.

Filed underNews
Share this story