אלעס צוזאמען האט וואל סטריט געליטן א צוויי אהאלב טריליאן דאלערדיגע פארלוסט אלס רעזולטאט פון פאניק איבער עי-איי רעגולאציעס
וואָל סטריט האָט געליטן א היסטאָרישע צוזאַמפאַל היינט, ווען מאַסן אינוועסטירער האָבן פאַרקויפט זייערע סטאַקס אין עי-איי טעכנאָלאָגיע און געברענגט א צוויי אַהאַלב טריליאָן דאָלער מאַרקעט פאַרלוסט.
עס איז די גרעסטע פאַרלוסט פאַר די "נעסדעק" סטאַק מאַרקעט אינדעקס אין היסטאָריע, און אויך די אַנדערע אינדעקסעס האָבן געליטן שווערע פאַרלוסטן.
דאָס קומט אַלס א דירעקטע רעזולטאַט פון דעם וואָס אינוועסטירער האָבן אַרויסגענומען געלט פון עי-איי, צוליב זאָרג אַז דעמאָקראַטן אין קאָנגרעס וועלן שטעלן נייע צוימונגען און רעגולאַציעס אויף די טעכנאָלאָגיע.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24

