'ארקיע' עירליינס האט פארעפענטליכט אן עמטליכע סטעיטמענט קלארצושטעלן אז די עירליין האט נישט קיין שום פלענער צו פארשליסן אירע אפאראציעס
די לעצטע טעג זענען ארום געגאנגן פארשידענע קלאנגן ארום די עירליין, באזירט, אויף באריכטן אז 'ארקיע' האט פלענער זיך צו פארקויפן פאר איר קאנקורענט 'איזרא-עיר'.
'ארקיע' האט צוליב דעם פארעפענטליכט א סטעיטמענט קלארצושטעלן אז אירע אפאראציעס גייען ווייטער אן אומגעשטערט, און די עירליין האט נישט קיין שום פלענער צו טוישן איר סקעדזשועל, אפגעזען די געשפרעכן איבער זיך פארקויפן.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24


