מדינת ישראל פרעמיער מיניעסטער ביבי נתניהו טוט נישט אויסשליסן א רעגירונג אינטער וואס די פרעמיער מיניסטארשאפט וועט ווערן איינגעטיילט
קוועלער נאנטע צום מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער דערציילן, אז ער טוט נישט אויסשליסן דעם מעגליכקייט פון א רעגירונג אינטער וואס די פרעמיער מיניסטארשאפט וועט ווערן איינגעטיילט, א שטיק צייט פאר אים און א שטיק צייט פאר א צווייטן.
נתניהו האט נאך נישט אדרעסירט אזא געדאנק אין די עפענטליכקייט, אבער פאר זיינע נאנטע האט ער געלאזט הערן אז קיין שום מעגליכקייט ווערט נישט אראפ גענומען פון טיש.
ווי מען הערט פון זיינע נאנטע איז ער גרייט דערפאר, וויבאלד ער איז באזארגט, אז אויב די אפאזיציע באווייזט צוזאמצושטעלן א קאאליציע אן אים וועט עס אנהאלטן פאר א שיינע פאר יאר, און ער וועט בלייבן א לעגנערע צייט אויסגעשלאסן פון פאליטיק.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24


