די דעמאקראטישע מישיגען סענאט קאנדידאט אבדול על סאאיד האט אויפגעטריבן א רעקארד פון 2.4 מיליאן דאלאר אין איין טאג
נאכפאלגענדיג די אינדארסירונג וואס זיין געוועזענע פריימערי קעגנער פרוי סטיווענס האט געגעבן פאר'ן ריפובליקאנער קאנדידאט מייק ראדזשערס.
על סאאיד'ס קאמפיין זאגט אז די געלט איז געקומען פון מער ווי 65 טויזענט באשטייערער, אריין גערעכענט מער ווי 29 טויזענט מענטשען וועלכע האבן געגעבן זייער ערשטע מאל.
אין די זעלבע צייט איז סטיווענס ארויס געקומען דערקלערן אז איר אינדארסירונג פאר ראדזשערס מיינט נישט אז זי פארלאזט די דעמאקראטישע פארטיי, נאר פארקערט, זי איז א שטאלצע דעמאקראט און זי קוקט ארויס אז די דעמאקראטן זאלן געוואונען.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24


