Wednesday, November 4, 2026Wed, Nov 4Updated 2:36 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

הגה"צ גאב"ד ראצפערט בראזיל מכתיר געווען זיין איידעם הגה"צ ר' מאיר עמנואל האגער שליט"א אלס אב"ד ראדאוויץ אין בית שמש

הגה"צ גאב"ד ראצפערט בראזיל מכתיר געווען זיין איידעם הגה"צ ר' מאיר עמנואל האגער שליט"א אלס אב"ד ראדאוויץ אין בית שמש

אין א מערקווירדיגע ערשיינונג האט הגה"צ ר' יצחק דוד הורוויץ שליט"א גאב"ד ראצפערט בראזיל, מכתיר געווען זיין איידעם הגה"צ ר' מאיר עמנואל האגער שליט"א לאנגיעריגער רב אין ביהמ"ד ראצפערט אין בית שמש, בנשיאותו פונעם ראצפערטער רב שליט"א, צו געקרוינט ווערן אלס "אב"ד ראדאוויץ" אין בית שמש, אוועקגעבנדיג זיין ביהמ"ד פארן איידעם דער ראדאוויצער רב שליט"א.

הגה"צ ר' מאיר עמנואל האגער שליט"א איז א זון פון הגה"צ ר' ישראל אליעזר האגער זצ"ל אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים, און א איידעם ביים ראצפערטער רב שליט"א. דער ראצפערטער רב שליט"א וועלכער וואוינט אין בראזיל, פארמאגט א בית המדרש מיטן נאמען ראצפערט אינעם עיר התורה והחסידות בית שמש, און מיט איין און צוואנציג יאר צוריק האט ער אויפגענומען זיין איידעם הגה"צ ר' מאיר עמנואל שליט"א צו דינען אלס רב הביהמ"ד.

אצינד שטייענדיג בשנת האבילות נאך די פטירה פון הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים זצ"ל, האט דער ראצפערטער רב שליט"א באשלאסן אוועקצושענקן דעם ביהמ"ד פאר זיין איידעם דער רב הביהמ"ד, און געבן דעם ביהמ"ד א נייער נאמען לזכרו פונעם מחותן דער סערט וויזניצער רב זצ"ל, זיין איידעם זאל קענען ממשיך זיין די שלשלת הקודש און משפיע זיין פאר חסידיו ומעריציו כיד ה' הטובה עליו.

די וואך איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א זון ביים רב הגה"צ ר' מאיר עמנואל האגער שליט"א, און דערביי האט דער זיידע דער ראצפערטער רב שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה און מודיע געווען איבער די הכתרה, זאגענדיג אז פון היינט אן וועט די ביהמ"ד טראגן דעם נאמען "עזרת ישראל ראדאוויץ", עזרת ישראל נאכן סערט וויזניצער רב זצ"ל פאטער פון זיין איידעם דער רב שליט"א.

די נאמען ראדאוויץ איז געגעבן געווארן לשמו ולזכרו פון הרה"ק רבי יוסף אלטר מראדאוויץ זי"ע, וועלכער איז געווען איינער פון די גרויסע צדיקים אין די קאסוב וויזניצער דינאסטיע, א זון פון הרה"ק בעל תורת חיים מקאסוב זי"ע. דער ראדאוויצער רב שליט"א וועלכער איז אן אייניקל בן אחר בן פון הרה"ק בעל צמח צדיק מוויזניץ זי"ע, א אנדערער זון פון הרה"ק בעל תורת חיים זי"ע, איז אויך אן אייניקל פון הרה"ק רבי יוסף אלטר מראדאוויץ זי"ע, דורך זיין מאמע וועלכע איז א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מסוליצא זצ"ל פון פאראקאוועי, נין ונכד פון הרה"ק מראדאוויץ זי"ע.

דערביי האט דער ראצפערטער רב שליט"א אויסגעפירט אז טראץ וואס עס איז שוין דא היינט אייניקלעך וואס נוצן דעם נאמען "ראדאוויץ", איז אבער נאכנישט פארהאן א ראדאוויצער אייניקל וואס איז אויך א וויזניצער אייניקל וואס זאל קענען ממשיך זיין דעם שיינעם שלשלת פון ביידע זייטן, און טראגן דעם זעלבן לעצטן נאמען "האגער" פון הרה"ק מראדאוויץ זי"ע.

מעמד הכתרת הרה"ג ר' שמואל זלמן שפיטץ איידעם פון האדמו"ר מדושינסקיא אלס רב פון קהילת דושינסקיא אין הר יונה

ובכן לך יכתירו: האדמו"ר מסאטמאר איז ממנה בנו הצעיר הגה"צ ר' ליפא שליט"א אלס רב ביהמ"ד החדש ויואל משה שכונת פלאשינג אין וויליאמסבורג

גאב"ד מאקאווא מכתיר געווען הרה"ג ר' משה ראזענפעלד דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה ד'סאטמאר וומס"ב אלס אב"ד סענדרא

Are you sure you want to proceed with the purchase?

שרייבט אייך איין צו באקומען אונזערע טעגליכע אימעילס

Filed underCommunity
Share this story