ווייניגסטענס 29 געגענטער האבן די נאכט באשטעטיגט א פארבאט אויף דאטא צענטערן
צווישן די פילע פראוויזשאנס וואס זענען נעכטן באשטעטיגט געווארן לענגאויס אמעריקא, זענען געווען ווייניגסטענס 29 געגענטער וועלכע האבן באשטעטיגט א פארבאט אויף דאטא צענטערן.
די באשטעטיגונגן זענען געקומען טראץ ווארענונגן פון א צאל אינוועסטמענט אנאליסטן, אז ביליאנאן דאלארן גרייט צו אינוועסטירט ווערן אין דאטא סענטערס קענען געשטעלט ווערן אין א זייט.
קעגנער פון דאטא סענטערס, וועלכע ווערן געבויט פאר עי-איי און אנדערע צוועקן, באקלאגן זיך איבער גערודער, וואסער באנוץ, די אפעקט וואס עס האט אויף לעקטער פרייזן און נאך.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



