Friday, November 6, 2026Fri, Nov 6Updated 11:29 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס
אן אראבער פון טולכרם האט פאר חדשים לאנג געלאזט וואקסן פאות, אנגעטון א קאפל און זיך פארשטעלט ווי א חרדי'שער אידYiddishe Vinkel · א מאכמעדאנער פאלעסטינער איז געכאפט געווארן אריינשווערצן זיך מיט א גרופע פריינט פארשטעלט ווי א חרדי׳שער אינגערמאןKremel · דער פרעזידענט פון פאראגוואי סאַנטיעגא פּענע האט רעזיגנירט פון אמט, נאכפאלגענדיג די צוזאמפאל פון די דידזשיטעל 'ווינאָ' באנקYiddish24 · דער בעלגישער קעניג פיליפ האט אפגעווארפן די רעזיגנאציע פארלאנג פון פריים מיניסטאר בארט דע וועווערבקיצור נייעס קאנאל · צפון קאטאר, איז א טאנקער שיף געטראפן געווארן מיט עטלעכע ראקעטן אין דעם פערסישן גאלףStadium · מְנוּחָה וְשִׂמְחָה אוֹר לַיְּהוּדִיםShloime Schwartz · דער פעדעראלער פראקוראר פאר דרום פלארידע דזשעיסאן רעדינג קיניאנעס האט רעזיגנירט, זיין אפיס האט געפירט די אויספארשונג קעגן טראמפס פאליטישע…Tug 24 · גוט שבת לב אחדMoshko · שבת קודש הילולא קדישא פינעם גרויסען צדיק פין פשעווארסקVolvy weinstock · קום אריין שבת קודש!חידוש ·

טויזענטער חסידי גור וועלן זיך פארזאמלען דעם מוצאי שבת אויף א סדר לימוד לרפואת האדמו"ר מגור, אויפן בקשה פונעם רבינ'ס קינדער

טויזענטער חסידי גור וועלן זיך פארזאמלען דעם מוצאי שבת אויף א סדר לימוד לרפואת האדמו"ר מגור, אויפן בקשה פונעם רבינ'ס קינדער

דעם מוצאי שבת קודש פרשת חיי שרה וועלן אלפי חסידי גור איבער די גארער וועלט זיך צוזאמקומען אין די בתי מדרשים, און אין די היכלי הישיבות והכוללים ברחבי תבל, צו לערנען א סדר לימוד פון א שעה צייט, עס זאל זיין א זכות לרפואה שלימה פאר כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וועלכער איז ליידער ערנסט אפגעשוואכט די לעצטע תקופה.

ווי באקאנט האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן דורכגיין דיאליסיס באהאנדלונגען מיט צוויי וואכן צוריק, און מען האפט אז די פעולות זאל עושה רושם זיין לטובה. אצינד האבן די קינדער פונעם רבי'ן געבעטן אז די חסידים זאלן זיך צוזאמנעמען אויף א סדר לימוד פון איין שעה, עס זאל זיין א זכות לבריאתו השלימה פונעם רבי'ן ולחיזוק כוחותיו במהרה.

היינט ערב שבת קודש איז געמאלדן געווארן פאר די טויזענטער חסידים איבער די וועלט, אז מען זאל זיך צוזאמקומען אין די בתי מדרשים און ישיבות פאר א סדר לימוד, קומענדיגן מוצאי שבת קודש נאך תפילת מעריב, זקנים ונערים, אברכים און בעלי בתים, מען זאל לערנען סיי וואס, צו לימוד מזומנים, ספרי מוסר וכדומה, לזכות רפואה פארן רבי'ן שליט"א, כ"ק מרן יעקב ארי' בן יוטא הענא בתוך שאר חולי ישראל.

האדמו"ר מוויזניץ לרפו"ש וועט צוליב א שוואכקייט פארבלייבן דעם שבת אין מושב אורה אנדערש ווי געפלאנט

לבקר את החולה: האדמו"ר מסאטמאר טעלעפאנירט צום שוואגער האדמו"ר מוויזניץ לרפו"ש לדרוש בשלומו

לקיים בנו חכמי ישראל: האדמו"ר מגור וועט אריבערגיין מעדיצינישע באהאנדלונגען אין הדסה שפיטאל

Are you sure you want to proceed with the purchase?

שרייבט אייך איין צו באקומען אונזערע טעגליכע אימעילס

Share this story